Familjerådgivning (jiddisch)
פֿאַר זײ וואָס נײטיקן זיך אין שטיץ ווען ס'קומט צו נאָענטע באַציִונגען און קירבֿות.
דער משפּחה־עצהגעבער אַרבעט מיט ענינים וועלכע האַנדלען זיך וועגן דעם צוזאַמענלעבן, אָפֿט מאָל צװישן פּאָרפֿעלקער. יעדער מענטש קען זיך געפֿינען אין אַ פּראָבלעמאַטישן מצבֿ אין די נאָענטע באַציִונגען. מע קען זיך װענדן צו אונדז אומאָפּהענגיק פֿון דעם װאָס מע לעבט אַלײן, װי אַ פּאָרפֿאָלק, מיט קינדער אָדער אָן קינדער. די שמועסן מיטן משפּחה־עצהגעבער קענען למשל העלפֿן מיטן קאָמוניקירן, באַהאַנדלען קאָנפֿליקטן, קריזיסן, גטן, נאָענטקײט און סעקס.
אַלדי קאָמוניקאַציע מיט אונדז איז קאָנפֿידענציעל און מיר פֿאַרצײכענען גאָר ניט פֿון דעם. מע קען אויך זײַן אָנאָנים בײַם משפּחה־עצהגעבער.
שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז:
טעלעפֿאָן: 0920-454390
גיט אַכט, מיר טעלעפֿאָנירט פֿון אַ בסודיקן נומער װען מיר פּרובירן
זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אײַך. װיִאַ לולע קאָמונעס קונים־צענטער: 0920-453000
בליצפּאָסט: familjeradgivningen@lulea.se
פֿאַרגעסט אָבער ניט צו איבערגעבן אײַערע קאָנטאַקט־פּרטים און לאָזט ניט איבער קײן סענסיטיװע אינפֿאָרמאַציע אין אַ בליצבריװ. טאָמער, האַנדלט עס זיך װעגן אַ גװאַלדיקן באַציִונג, זײַט אַזוי גוט און שרײַבט אַ שורה װעגן דעם װען איר שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז. אויס אַזוי װעלן מיר אײַך קודם אָנבאָטן אינדיװידועלע שמועסן און דערנאָך, אויב ס'פּאַסט זיך, שמועסן צוזאַמען מיט אײַער פּאַרטנער.
Sidan uppdaterades den 24 February 2023